אלבאני – געוועזענער ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער, איז פרייטאג געפונען געווארן שולדיג אויף קארופציע קלאגעס, דורך א דזשורי אין א מאנהעטן פעדעראלן געריכט. סילווער'ס שולד אורטייל איז איבער אקצעפטירן בערך פיר מיליאן דאלאר אין שוחד פון ביזנעסלייט וועלכע האבן געוואלט ער זאל פאראויסשטופן פארשידענע ריעל עסטעיט פראיעקטן וואס האט זיי בענעפיטירט. דער שולד אורטייל קעגן סילווער איז שוין די צווייטע, נאכדעם וואס די ערשטע קלאגעס קעגן אים, וואס זענען געברענגט געווארן עטליכע וואכן בעפאר ער איז ארויסגעווארפן געווארן פון זיין ספיקער אמט אין יאר 2015, זענען אפגעשאפן געווארן. עס איז נישט קלאר צי סילווער האט יעצט נאך אפציעס, אדער ער וועט ענדגילטיג יעצט גיין זיצן אין טורמע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל