ניו יארק – טראמפ'ס לאנגיעריגער פערזענליכער דאקטער, העראלד בארנשטיין, איז נעכטן ארויסגעקומען און אנגעהויבן דערציילן פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט ביז יעצט געהאלטן בסוד. ערשטנס האט דאקטער בארנשטיין דערציילט, אז פאראיאר פעברואר זענען דריי טראמפ-פארבינדעטע פארשוינען איבערגעפאלן זיין אפיס און קאנפיסקירט 35 יאר פון טראמפ'ס מעדיצינישע רעקארדס. דער איבערפאל איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס בארנשטיין האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז טראמפ נעמט א מעדיצין וואס העלפט די האר וואקסן. אויך דערציילט דער דאקטאר, אז א בריוו וואס ער האט ארויסגעגעבן אין יאר 15', אין וועלכע איז עס געשטאנען אז טראמפ איז אין גאר א גוטן געזונט צושטאנד, איז אייגנטליך געשריבן געווארן דורך טראמפ אליינס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל