מערב ברעג – דער פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס איז שארף אראפגעריסן געווארן, נאכדעם וואס ער האט געזאגט קאמענטארן אין וועלכע האט ער פארדרייט די פאקטן איבער'ן האלאקאוסט און גאר אנגעלייגט די שולד פונעם נאצישן מאסן-מארד קעגן אידן, אויף די אידן זעלבסט. אבאס האט זיך געאייסערט, אז ס'איז טאקע ריכטיג אז אידן אין אייראפע זענען טאקע דערמארדעט געווארן, "אבער פארוואס האט דאס פאסירט? זיי זאגן ווייל עס האט פאסירט ווייל זיי זענען אידן, אבער עס איז פארהאן אן אנדערע אישו", האט אבאס געזאגט, געבנדיג צו פארשטיין אז ער האלט אז אידן זענען אומגעברענגט געווארן ביים האלאקאוסט, נישט צוליב אנטיסעמיטיזם, נאר אלס רעזולטאט פון זייערע פינאנציעלע אקטיוויטעטן, באנקירונג און שווינדלערישע געלט בארגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל