ניו יארק – פרישע באווייזן און דאקומענטן צייגן קלאר, אז בשעת די אידן פון אייראפע זענען ברוטאל דערמארדעט געווארן אינעם סיסטעמאטישן נאצישן מארד מאשין ביים האלאקאוסט, האט דער אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט קלארגעשטעלט פאר זיינע ארומיגע, אז ער וויל נישט לאזן די אייראפעאישע פארבליבענע אידן צו קומען זוכן שוץ אין אמעריקע. פון די דאקומענטן זעט מען אז רוזעוועלט האט געהאט א פלאן אויסצושפרייטן און צו צעזייען אידן איבער דער וועלט, און ער האט דאס געוואלט טאן, דורכ'ן אוועקגעשטעלטן "פראיעקט עם", א פארש ארבעט דורך עטליכע פראפעסארן און עקספערטן, פאר וועמען ער האט קלאר אנגעזאגט אז אז ער איז פאראינטערעסירט בעיקר אין ערטער אין אפריקע און דרום אמעריקע, און נישט אין די פאראייניגטע שטאטן, און אויך נישט צוריק אין אייראפע.

בילד




דאקומענט
דאקומענט
דאקומענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל