אוקראינע – שוין צום פינפטן מאל, איז דער קבר פון הרבנית שרה ע"ה, די טאכטער פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, וועלכע ליגט אינעם אידישן בית החיים אין קרעמענטשאק, אוקראינע, וואנדאליזירט געווארן אויף א שרעקליכן פארנעם. דער וואנדאליזם איז אנטדעקט געווארן דורך א גרופע ברסלבער חסידים, וועלכע זענען געווען אויף א נסיעה צו קברי צדיקים אין אוקראינע, און ביים ציון אין קרעמענטשאק האבן זיי זיך באגעגנט מיט דער שרעקליכער סצענע, וואו די וואנדאלן האבן פארברענט דעם סטרוקטור פונעם אוהל ארום דעם קבר פון די חשוב'ע רעביצין ע"ה, און האבן גענומען איר מציבה, דאס צעשפליטערט אויף עטליכע שטיקער. די אנוועזנדע האבן איינגעזאמלט עטליכע שטיינער און אוועגעשטעלט כאטש א צייטווייליגע פראוויזארישע מציבה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל