אויסטראליע – עקספערטן זענען ארויסגעקומען מיט א פרישער טעאריע איבער "מאלאזיע פלייט 370", וועלכע האט אראפגעקראכט און איז מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן אינעם אינדישן אקעאן מיט 4 יאר צוריק, מיטנעמענדיג אלע 239 מענטשן אויף זיך. בלויז קליינע שטיקער ברוכווארג זענען ביז היינט געפונען געווארן אן קיין שום קאנקרעטע אינפארמאציע איבער וואס ס'האט פאסירט, אבער ווי די עקספערטן זאגן יעצט, האט דער פילאט, זאהאריא אכמעד שאה, ווארשיינליך דירעקט אראפגעקראכט דעם פליגער אלס א מארד/זעלבסטמארד מיסיע. זיי צייגן אן אז ער האט דירעקט אוועקגעדרייט דעם פליגער פונעם פלאנירטן רוט, פליענדיג אנשטאט העכער פענאנג, זיין היימשטאט, צו געבן א סימבאלישן "גוד-ביי", און דאן האט ער געקראכט דעם פליגער אויף א טיפן ארט אינעם אינדישן אקעאן, וויסנדיג אז מ'וועט עס קיינמאל נישט טרעפן.
הוסף רשומת תגובה