אוקראינע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פערזענליך אנטיילגענומען ביי א ספעציעלער צערעמאניע, וואו עס איז געעפנט געווארן די לאנג-דערווארטעטע בריק וועלכע פארבינדט דרום רוסלאנד מיט'ן קרימיע האלב-אינזל, וואס רוסלאנד האט אומלעגאל פארכאפט און אנעקסירט פון אוקראינע אין יאר 2014. באן סערוויס איז אפגעשאפן געווארן צווישן קרימיע און אוקראינישע טעריטאריע, וואס דעריבער האט רוסלאנד געמוזט טרעפן א נייעם וועג זיך צו פארבינדן דירעקט מיט קרימיע, און זי האט אונטערגענומען דעם פראיעקט צו בויען א בריק. די בריק, וואס ציט זיך פאר כמעט צוועלף מייל און האט אפגעקאסט 3.6 ביליאן דאלאר, האט פוטין אהערגעשטעלט צו צייגן דערמיט אז קרימיע איז פון היינט און ווייטער אויף אייביג א טייל פון רוסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל