אלבאני – שטיקער צעמענט און אנדערע רעסייקלטע מאטעריאל, וועלכע קומען פון דער אלטער טאפאן-זי בריק וואס לויפט דורך העכער'ן האדסאן ריווער, האבן אנגעהויבן אוועקגעפירט צו ווערן אויף ריזיגע בארדזש שיפן אין די לעצטע פאר טעג, און ווי שוין באריכטעט א צייט צוריק, וועלן די שטיקער נישט גיין פאר סתם קאנסטרוקציע פראיעקטן אדער אין מיסט, נאר זיי וועלן גענוצט ווערן צו בויען אן "ארטיפישעל ריעף" אין די וואסערן נעבן לאנג איילענד. "ריעפס" זענען די נאטורליכע סטרוקטורן פון ביימער און אנדערע מאטעריאלן וואס געפינען זיך אונטער'ן וואסער, און די ריעפס העלפן ארויס פישן און אנדערע וואסער-באשעפענישן אנצוגיין מיט זייער לעבן און זיך פארמערן. די וואסערן ארום ניו יארק ליידן פון א מאנגל פון ריעפס, צוליב וואס לאנגע יארן זענען די וואסערן גענוצט געווארן וואוהין צו דאמפן געפארפולע מיסט, און דאס אוועקשטעלן מענטשליך-געבויטע ריעפס, קען אויך העלפן אויפלעבן די וואסערן ארום ניו יארק מיט פיש און אנדערע באשעפענישן.
הוסף רשומת תגובה