אהייא – א 113 יעריגע פרוי, וועלכע וואוינט אין קליוולאנד, אהייא, איז אצינד געקרוינט געווארן אלס די אפיציעלע עלטסטע פערזאן אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכ'ן טויט פון א 114 יעריגע פרוי אין פענסילוועניע. די לאקאלע אהייא מידיא באריכטעט אז די 113 יעריגע פרוי לעזלי בראון איז שוין אין א שוואכן צושטאנד און פארברענגט רוב שטונדן פונעם טאג מיט שלאף, אבער ווען זי האט געהערט די נייעס אז איז אמעריקע'ס עלטסטע פערזאן, האט זי געזאגט "דאס איז גוט". ווען מען האט אנגעפרעגט ביי דער בראון פאמיליע וואס עס האט געברענגט אז זייער מאמע-באבע זאל לעבן אזוי לאנג, האבן זיי געזאגט אז זי האט אסאך געגעסן זיסע קארטאפל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל