אלבאני – א פראגראם פון עלעקטראנישע "וויק" קארטלעך איז אריין אין קראפט אינעם אלבאני ראיאן אין ניו יארק, און די געווענליכע פאפירענע וויק טשעקלעך זענען ערזעצט געווארן מיט א ספעציעלן קארטל, אויף וועלכע ס'איז ארויפגעשטעלט די גענויע סומע געלט און בענעפיטן פון די געניסער. דער נייער פראגראם, וועלכע ווערט אנגערופן "אי-וויק", ארבעט אז אויב עמיצער האט נישט אויסגענוצט די פילע געלטער און פראדוקטן וואס מען האט פאר אים איינגעטיילט, וועט דאס גיין אויף "ראול-אווער", וואס באדייט אז ס'וועט אריבערגיין צום קומענדיגן מאל וואס ער גייט איינקויפן. דאס איז א גרויסע מעלה, וויבאלד לויט ווי עס ארבעט יעצט, קען מען נישט אוועקלייגן פון איין מאל אויפ'ן קומענדיגן מאל. דערווייל איז "אי-וויק" בלויז א פראבע, און מ'וועט עס צעביסלעך איינפעדימען אין דער גאנצער סטעיט אינמיטן יאר 19'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל