קאליפארניע – נעכטן האט מען געהערט אז די קאסטומס און גרעניץ באאמטע, ביים סאן סידרא גרעניץ איבערגאנג צווישן קאליפארניע און מעקסיקא, האבן אנגעהויבן צוביסלעך צו אקצעפטירן די אפליקאציעס פאר פליטים-שוץ-סטאטוס פון די מיטגלידער פונעם "קאראוואן", וועלכע איז אנגעקומען זונטאג צו דער גרעניץ נאך עטליכע וואכן רייזן פון צענטראל-אמעריקאנער לענדער ביז קיין אמעריקע. פרעזידענט טראמפ האט געהאט פארשפראכן צו בלאקירן דעם גאנצן קאראוואן פון קענען בכלל איבערטרעטן אמעריקע'ס שוועל, זאגנדיג אז ער וועט פארארדענען דעם ארעסט פון יעדן איינציגן מיטגליד פונעם קאראוואן, אבער נעכטן האט מען געהערט פון די אימיגראציע באאמטע, אז פערצן פון די 150 קאראוואן מיטגלידער האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פליטים אפליקאציעס, און מער זענען דערווארט צו ווערן אקצעפטירט אין די קומענדיגע טעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל