מאנהעטן – א פעדעראלער ריכטער אין מאנהעטן האט נעכטן געאורטיילט, אז פאמיליע מיטגלידער פון סעפטעמבער עלעווען קרבנות, קענען פארלאנגען פון איראן צו באקומען מיליאנען דאלארן, צוליב א באשולדיגונג אז איראן האט געשפילט א ראלע אין די אטאקעס. דער אורטייל פונעם פעדעראלן ריכטער דזשארדזש דעניעלס, איז איבער אן אנקלאגע וואס א גרופע פאמיליע מיטגלידער פון 1,008 סעפטעמבער עלעווען קרבנות האבן אריינגעגעבן, און ריכטער דעניעלס זאגט, אז איראן דארף באצאלן 12.5$ מיליאן דאלאר פער יעדע אומגעקומענע מאן/ווייב, 8.5 מיליאן פער אומגעקומענע עלטערן, 8.5 פער יעדע אומגעקומענע קינד און 4.25 מיליאן פער אומגעקומענע געשוויסטער. דער אורטייל איז אבער מער-ווייניגער סימבאליש, ווייל איראן וועט פאקטיש קיינמאל נישט באצאלן, און אויך האט די "ניין עלעווען קאמיסיע" ריינגעוואשן איראן פון סיי וועלכע ראלע אין די אטאקעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל