מיר וועלן בעז"ה פרובירן מיטצוטיילן געדאנקן איבער "שלום בית", א נושא וואס דערמאנט ביזנעס אין וואשינגטאן... אָלל טאָלק, נאָו עקשאָן.. מענטשן רעדן דערפון דורכאויס, גייען צו אזויפיהל שיעורים, הערן אויס טעלעפאן קאנפערענצן, אבער נאך אלעם מפטירין כדאתמול. אנשטאט זיך איינמאל פאר אלעמאל באקענען מיט די "סוד פון שלום בית", און דערנאך עס פראקטיצירן אין אייגענעם לעבן, איז מען פארנומען א גאנץ לעבן געוואר צו ווערן וואס איז דאס שלום בית..
סיבה צום פראבלעם:
די פלייץ פון קלאסן, ביכער, ליניעס, ברענגט צומישעניש אנשטאט ישוב הדעת. מענטשן ווערן זייער איבערגענומען הערנדיג איבער א פרישע מעטאד וואס ווערט פרעזענטירט מיט לעבעדיגע ביישפילן, באגלייט מיט הומאר. אין טייל פעלער פרובירט מען צו "עקסערסייזן" וואס מען האט געלערנט ביז.. מען הערט אויף און מען פארגעסט.. און מען לאזט זיך ארויס אויף די יאגד זוכן א נייע מעטאד.
קלארשטעלונג:
מיר מיינען נישט צו קריטיקירן קיינעם, נישט די וואס גיבן הילף און נישט די וואס נעמען הילף און שפירן ווי עס ארבעט. אדרבה, זאלן זיי זעהן ווייטערדיגע הצלחה. מיר רעדן בלויז צו די וועלכע האבן שוין פרובירט און געזוכט אבער אן ערפאלג.
לעזונג:
מענטשען מוטשענען זיך מיט פילע סארטן פראבלעמען, טייל זענען מער שכיח'דיגע און טייל מער זעלטן. געוויסע פראבלעמען זענען נייע ערשיינונגען אין רעזולטאט פון אונזער וועלטל וואס איז געווארן אזוי קאמפליצירט און פארדינען פילייכט מער פראפעסיאנאלע הילף. דאן איז אבער דא אור אלטע פארמעסטונגען וואס באגלייטן מערסטנס מענטשן זינט די ווילט באשאף, אלס א חלק פון איר נאטור.
צו זאגן אז צו באהאנדלען אזעלכע פראבלעמען איז אנגעוואנדן אין אן ערפינדונג פון 2018, איז אבסורד. צו זוכן לעזונגען צו באקעמפן "העקינג אויף קאמפיוטערס" איז זייער אין פלאץ, אבער "חינוך אדער שלום בית" איז עפעס וואס איז נישט אין אט די קאטעגאריע.
אלזא, מיר דארפן אנערקענען אז "שלום בית" איז א "טשאלענדזש" אין די עלטער פון אדם און חוה ,און איר לעזונג איז נישט קיין מינוט יונגער. די "סוד צו שלום בית" איז דייקא פרימיטיוו און איינפאך.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז איר פשטות וועט אנטוישן ערווארטונגען פאר "א באמבע לייזונג", אבער מיר דארפן זיך פרעגן, צי נאך יארן פון דורכפאל, זוכן מיר נאך אלץ בליציגע מעטאדן, אדער זענען מיר גרייט צו שענקן א שאנס פאר פשטות אין אמת צו זיין אפעקטיוו?
זענען מיר גרייט צו פארשטעקן אונזער צינישע און מיואש'דיגע געדאנקנגאנג אין שופלאד (נעה.. איך האב דאס געוואוסט), און פרובירן אריינצוקריצן ביי זיך אין קאפ "די טיפקייט פון די אזוי איינפאכע מציאות" (יא, וואס דו ווייסט שוין פאר אזוי לאנג אבער בלויז אלץ אן אויבערפלעכליכע ידיעה בעלמא), און עס אימפלימענטירן אלץ נאטורליכע חלק פון אונזער הילוך המחשבה?
"דער סוד פון שלום בית"
אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז ליעבשאפט צווישן א פארפאלק איז וואס פאראייניגט מאן אין ווייב, "פאראייניגט" באדייט מאכן צוויי ווי איין. מיר הערן אפט אז "עס הערשט אזא שטארקע אהבה צווישן צוויי מענטשן אזש זיי זענען ממש ווי איין. פון די זייער אנגענומענע מהלכים צו בויען אהבה איז נתינה, מענטשן צייגן אן אז עלטערן האבן אן אויסטערלישע אהבה צו די אייגענע קינדער צוליב די תמידיות'דיגע כוחות וואס מיר זענען משקיע.
שטעלט זיך די פראגע, א טאטע וואס צוליב סיי וועלכע אורזאך איז אפוועזנד פון שטוב אין די חדשים ארום די געבורט פון זיין קינד, וועט נישט ליעב האבן זיין קינד? געוויס טוט נתינה צוהעלפן און פארשטערקערן אהבה, אבער איז קלאר "נישט" איר יסוד. נו, פארוואס ווען א טאטע זעהט זיין קינד צום ערשטן מאל ביי די דרייצן יאר איז דא אהבה?
די ענטפער איז, "מיר זענען סעלפיש". קיינער מוטשעט זיך נישט צו פארשטיין פארוואס מיר האבן ליעב זיך זעלבסט, אבער די ליעבשאפט צו אונזערע קינדער קומט פון גענוי די זעלבע מקור. מיר פארשטייען און שפירן אז אונזערע קינדער זענען נישט נאך א חפץ וואס מיר פארמאגן, נאר א חלק פון אונז ממש, און ווען מיר זענען סעלפיש איז עס כולל אונזערע קינדער "אלס פארט אף אוער סעלף".
אנטשולדיגט אויב איר שפירט זיך געטראפן מיט די אויבנדערמאנטע הנחה, אבער עס ווערט קלאר ערווענט אין חובת הלבבות (בהקדמה לשער עבודת אלקים):
אצינד, באטראכטנדיג די אהבה צווישן א פארפאלק מיט די ברילן פון די אלגעמיינע גאס, זעהן צוויי ערוואקסענע מענטשן וואס האבן באשלאסן צו לעבן אינאיינעם. וויפיהל מען וועט עס באצייכענען אלץ ממש ווי איין איז איר באדייט אז זיי זענען צוויי באזונדערע אינווידועלן גאר נאנט צווישן זיך, אזוי נאנט ווי צוויי זאכן קענען זיך צוזאמקומען.
אבער ווען מיר קוקן מיט א אידישע בליק ווייסן מיר אז יעדע שידוך איז באשערט, און נישט בלויז אז די צוויי זאלן זיך צוזאמפארן נאר זיי זענען אייגענטליך געווען איין, און געווארן צוטיילט אין צוויי באזונדערע גופים. זינט מיר באטראכטן אונזער "גוף" ווי אונזער הויפט "איך" איז שווער צו פארשטיין אז צוויי גופים זענען איין. אויב אבער מיר וועלן חזר'ן אז נישט אונזער גוף איז וואס מיר זענען וועלן מיר פלוצלינג אנהויבן טראכטן פון שכר ועונש פון אונזער אמת'ע תפקיד. אבער פונקט אזוי דארפן מיר גלייבן חז"ל אז מאן אין ווייב זענען אריגינעל געווען און אויף אן אמת פארבליבן איין.
מיר דארפן דאס טיף ארייננעמען אין קאפ, אז פונקט ווי מיר זענען "סעלפיש" צו אונזערע קינדער נאכדעם ווי השי"ת האט איינגעפלאנצט אין אונזערע אינסטינקטן א נאטורליכע הרגשה אז זיי זענען א חלק פון אונז, איז אונזער אייגענע עבודה צו אנטוויקלען אקוראט די זעלבע געפיל צו אונזער שותף אין לעבן.
מיר קענען האבן צער און ווייטאג פון א געוויסע אויפפירונג, אבער מיר דארפן עס באטראכטן ווי א קינד וואס איז גורם עגמת נפש אדער ווי א צושניטענע האנט. עס קען זייער וויי טוהן אבער עס וועט זיך קיינמאל נישט אריינכאפן אין געדאנק אפילו פאר א סעקונדע אדער אלץ א וויץ אז מעגליך וואלט בעסער געווען נישט צו געבוירן אזא קינד אדער אפשר זאל מען פטור ווערן פון אזא האנט, ווייל אזא מחשבה וואלט באדראעט מיין "איך". מיין קינד און קינד זענען א חלק פון מיר טראץ די געפערליכע ווייטאג.
אין שלום בית דארפן מיר זיך איבן אויף אט די נקודה, און ווען מיר קענען דאס עררייכן קוקן מיר אויף יעדע מיספארשטענדעניש גאר אנדערש, מיר ווערן "קיינמאל" נישט באפאלן מיט עגבערנישן אין קאפ 'צו איז די שידוך נישט געווען א טעות?' א.א.וו.
מענטשן האבן אומרעאליסטישע ערווארטונגען און שטרעבן צו ווערן "אויס סעלפיש", אבער אויב וועלן מיר ווארטן ביז מיר גרייכן אזא ציהל, פארלירן מיר טייערע יארן און אונזער לעבן. מיר קענען אויסוועלן אן עבודה מיט פיל מער שאנסן צו מצליח זיין אין א קורצערע תקופה; אן עבודה וואס איז אן אמת לויט חז"ל.
אונזער עבודה אין קורצן, איז צו בלייבן סעלפיש אבער ארייננעמען אונזער לעבנס שותף אין אט די סעלפישנעס, גענוי ווי מיר טוען מיט אונזערע קינדער.
נישט ווייל מיר האבן זיך ליעב זענען מיר איין, נאר ווייל מיר זענען איין האבן מיר זיך ליעב!
א גוטן טאג און פיל הצלחה!

ותחלתם טובת האב על בנו מן הידוע כי הוא מכוין לתועלת עצמו בו כי הבן נתח מהאב עם עוצם תקותו בו והלא תראה כי הוא מרגיש עליו יותר מגופו במאכלו ובמשתהו ובכסותו ולדחות כל נזק מעליו ונקל בעיניו סבל הטורח והיגיעה בעד מנוחתו עם מה שהטבעו עליו האבות מן הרחמים והחמלה על בניהםיעיי"ש ווי ער איז מבאר אז לויטערע אהבה אהן נגיעות, איז נאר גילטיג ביי השי"ת.
אצינד, באטראכטנדיג די אהבה צווישן א פארפאלק מיט די ברילן פון די אלגעמיינע גאס, זעהן צוויי ערוואקסענע מענטשן וואס האבן באשלאסן צו לעבן אינאיינעם. וויפיהל מען וועט עס באצייכענען אלץ ממש ווי איין איז איר באדייט אז זיי זענען צוויי באזונדערע אינווידועלן גאר נאנט צווישן זיך, אזוי נאנט ווי צוויי זאכן קענען זיך צוזאמקומען.
אבער ווען מיר קוקן מיט א אידישע בליק ווייסן מיר אז יעדע שידוך איז באשערט, און נישט בלויז אז די צוויי זאלן זיך צוזאמפארן נאר זיי זענען אייגענטליך געווען איין, און געווארן צוטיילט אין צוויי באזונדערע גופים. זינט מיר באטראכטן אונזער "גוף" ווי אונזער הויפט "איך" איז שווער צו פארשטיין אז צוויי גופים זענען איין. אויב אבער מיר וועלן חזר'ן אז נישט אונזער גוף איז וואס מיר זענען וועלן מיר פלוצלינג אנהויבן טראכטן פון שכר ועונש פון אונזער אמת'ע תפקיד. אבער פונקט אזוי דארפן מיר גלייבן חז"ל אז מאן אין ווייב זענען אריגינעל געווען און אויף אן אמת פארבליבן איין.
מיר דארפן דאס טיף ארייננעמען אין קאפ, אז פונקט ווי מיר זענען "סעלפיש" צו אונזערע קינדער נאכדעם ווי השי"ת האט איינגעפלאנצט אין אונזערע אינסטינקטן א נאטורליכע הרגשה אז זיי זענען א חלק פון אונז, איז אונזער אייגענע עבודה צו אנטוויקלען אקוראט די זעלבע געפיל צו אונזער שותף אין לעבן.
מיר קענען האבן צער און ווייטאג פון א געוויסע אויפפירונג, אבער מיר דארפן עס באטראכטן ווי א קינד וואס איז גורם עגמת נפש אדער ווי א צושניטענע האנט. עס קען זייער וויי טוהן אבער עס וועט זיך קיינמאל נישט אריינכאפן אין געדאנק אפילו פאר א סעקונדע אדער אלץ א וויץ אז מעגליך וואלט בעסער געווען נישט צו געבוירן אזא קינד אדער אפשר זאל מען פטור ווערן פון אזא האנט, ווייל אזא מחשבה וואלט באדראעט מיין "איך". מיין קינד און קינד זענען א חלק פון מיר טראץ די געפערליכע ווייטאג.
אין שלום בית דארפן מיר זיך איבן אויף אט די נקודה, און ווען מיר קענען דאס עררייכן קוקן מיר אויף יעדע מיספארשטענדעניש גאר אנדערש, מיר ווערן "קיינמאל" נישט באפאלן מיט עגבערנישן אין קאפ 'צו איז די שידוך נישט געווען א טעות?' א.א.וו.
מענטשן האבן אומרעאליסטישע ערווארטונגען און שטרעבן צו ווערן "אויס סעלפיש", אבער אויב וועלן מיר ווארטן ביז מיר גרייכן אזא ציהל, פארלירן מיר טייערע יארן און אונזער לעבן. מיר קענען אויסוועלן אן עבודה מיט פיל מער שאנסן צו מצליח זיין אין א קורצערע תקופה; אן עבודה וואס איז אן אמת לויט חז"ל.
אונזער עבודה אין קורצן, איז צו בלייבן סעלפיש אבער ארייננעמען אונזער לעבנס שותף אין אט די סעלפישנעס, גענוי ווי מיר טוען מיט אונזערע קינדער.
נישט ווייל מיר האבן זיך ליעב זענען מיר איין, נאר ווייל מיר זענען איין האבן מיר זיך ליעב!
א גוטן טאג און פיל הצלחה!
פון: הכל הבל
הוסף רשומת תגובה