פארזעצונג פון פריער
אמאל פלעגט א ספרים געשעפט עפענען אכט אזייגער און פארמאכן זיבן אזייגער, היינט עפענט נישט קיין איין ספרים סטאר פאר עלף אזייגער און מען שפארט נישט פאר עלף אזייגער ביינאכט.
חנוכה איז געווען די איינציגסטע מאל וואס מען פלעגט דארפן פארשפארן שפעטער, צוליב דעם וואס די איינציגסטע פלאץ ווי מען האט אמאל געקענט קויפן די אלע חנוכה צוגעהערן איז געווען אין ספרים געשעפט. ווען מ'גייט היינט אריין אין גראסערי, באגעגנט מען די גאנצע חנוכה ליין מנורות, ליכט, אויל, קנויטן, דריידלעך, און אלע אנדערע צוגעהערן. אמאל איז אפילו א יארצייט לעכט אדער הבדלה, נישט געווען צום געפונען אין גראסערי. אלעס איז געווען אין ספרים געשעפט. חנוכה איז געווען זייער א פארנומענע סעזאן, מ'פלעגט פארשפארן אפאר שעה שפעטער צוליב די אנלויפעניש פון קאסטומערס. היינט קען מען שוין דאס אלעס טרעפן אין גראסערי.
יום טוב צוגעהערן איז אינטרעסאנט ווי אזוי עס איז אמאל צוגעגאנגען, קערות פאר פסח איז אמאל באשטאנען פון דריי בלעכענע שטאקן, עס פלעגט זיין ארום גענומען מיט א סחורה אזוי ווי א פרוכת, עס איז געווען צוויי ערליי קאלירן, מען פלעגט דארפן אויסוועלן א קאליר, און מ'פלעגט עס אויפהענגן אויפן קערה.
מחזורים פלעגט שוין אלע יארן זיין פון לעדער, עס איז נישט געווען קיין גרויסע אויסוואל, ווי אויך פלעגט מען נאר קענען אויסקריצן די נאמען, און עס זענען נישט געווען קיין פלאכעס. פאר ארום צוואנציג יאר צוריק, האט מען אנגעהויבן קענען ארויפלייגן א בלעך.
מגילה האלטערס פלעגט אמאל זיין פון בלעך, און די פרייז איז געווען ארום פופצן דאלאר, האלצערנע איז שוין געווען אביסל טייערער, פינף און צוואנציג דאלער.
אמאל ווען מען פלעגט צוריקברענגן א ספר, פלעגט מען סתם אויפשרייבן קרעדיט אויף א צעטיל און אונטערשרייבן. היינט גייט עס מיט א רעסיט.
גיפט סערטיפיקאט פאר א בר מצוה וכדומה, האט זיך אנגעהויבן פאר פופצן יאר צוריק.
איינהארן איז טאקע היינט א קליינע געשעפט קעגן די היינטיגע גרויסע ספרים געשעפטן, אבער זי האט די מעלה אז
מען קען די קאסטומערס, און מען קען געבן א דיסקאונט. אבער ביי א גרויסע געשעפט איז עס זייער שווער, ווייל
מ'קען נישט דעם קאסטומער.

הוסף רשומת תגובה