פראנקרייך – אייראפעאישע אידן דרוקן אויס ערנסטע זארג, איבער דעם וואס פילע אידישע קברים אין פאריז ווערן אויפגעגראבן דורך די אויטאריטעטן. די אויטאריטעטן גראבן אויף די קברים, און באערדיגן די מתים אין אנדערע פלעצער, אן דעם וואס זיי זאלן געהעריג לאזן וויסן פאר די פאמיליעס און פאר דער אידישער געמיינדע, וויבאלד זיי מאנגלען אין פלאץ פאר באגרעבעניש ערטער אין גרויסע אלגעמיינע סעמעטעריס. דער פראבלעם איז דיסקוסירט געווארן ביים פארזאמלונג פון דעם קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבני'שע פיגורן, וועלכע איז פארגעקומען אין לאטוויע פאריגע וואך, און עס איז אדאפטירט געווארן א רעזאלוציע, אז מען וועט זיך ווענדן צו דער פראנצויזישער רעגירונג, און פארלאנגען אז אידישע קברים אין אלגעמיינע בתי עלמין זאלן זיין באשיצט פון ווערן אויסגעגראבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל