בוענאס איירעס – א געריכט אין ארגענטינע האט ארויסגעגעבן טורמע אורטיילן פאר מיטגלידער פון א נעא-נאצישע קרימינאלע באנדע, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין לאנגע יארן וואס מ'הערט פון אזעלכע הארבע אורטיילן פאר נעא-נאצי פארברעכנס אין ארגענטינע. די אורטיילן זענען ארויסגעגעבן געווארן אין דער שטאט מארדעל פלאטא, וואו 7 מיטגלידער פון א נעא-נאצישער באנדע זענען פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע, פאר א סעריע אטאקעס און איבערפאלן אויף מינאריטעטן איינוואוינער, אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען אנטלאפן פון באליוויע און האלטן זיך אויף אין ארגענטינע אלס פליטים, און אויך פאר אנטיסעמיטישע גראפיטי איבער דער שטאט. אן אכטער מיטגליד פון דער באנדע איז ריינגעוואשן געווארן, צוליב די ווייניג באווייזן קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל