האנאלולו – מען האט געהערט אז דער האוואאי וואולקאן האט געברענגט די ערשטע ערנסטע מענטשליכע שאדנס, ווען אן עלטערער מאן איז פארוואונדעט געווארן אין די פוס פון א שטיק לאווא. דער אינצידענט האט פאסירט זונטאג, ווען א ריזיגע שטיק לאווא איז געפלויגן ארויס פונעם צענטער פונעם קילאוויא וואולקאן, און געלאנדעט אויף די טאראסע וואו דער מאן איז געזיצן, און ס'האט אים שווער אפגעבריהט די פוס, און אונטערגעצינדן זיין היים אין פלאמען. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז דער וואולקאן האט אנגעהויבן ארויסגעבן א "לעיז" וואלקן, וואס באשטייט פון שעדליכע כעמיקאלן, אריינגערעכנט היידרא-קלאריק עסיד, סאלפור דיאקסייד און "וואלקעניק גלעס", וואס באדייט פיצינקע שטיקלעך גלאז וואס קענען שעדיגן די זעה-קראפט.
הוסף רשומת תגובה