ארעגאן – א צענערליג וועלכער האט מודה געווען אז ער האט אנגעהויבן א פייער אין ארעגאן, וואס האט זיך פארשפרייט אלס א מאסיווע וואלדפייער, איז פארארדענט געווארן צו באצאלן מער ווי 36 מיליאן דאלער, פאר די וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פונעם פייער. דער פייער האט פאסירט פאראיאר נאוועמבער, און איז באצייכנט געווארן אלס דער "איגעל קריעק פייער", פארברענענדיג מער ווי פופציג טויזנט אקער-לאנד און ברענגענדיג אטעמען פראבלעמען פאר פילע איינוואוינער. דער יוגענטליכער, וועמענס אידענטיטעט איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, האט זיך דערקלערט שולדיג אין אומלעגאל נוצן פייערווארקס, וואס דערפון האט זיך דער פייער אנגעהויבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל