וואשינגטאן – דער סענאט יורידישע קאמיטע האט נעכטן ארויסגעגעבן טראנסקריפטס, פון פארהערן וואס זי האט דורכגעפירט אויף דאנאלד טראמפ דזשוניער, פרעזידענט טראמפ'ס זוהן, איבער זיין זיצונג וואס ער האט געהאט מיט א רוסישן לויער אין יוני יאר 2016 אין טראמפ טאוער, נאכ'ן הערן אז דער לויער האט צו פארקויפן שמוץ קעגן פרוי קלינטאן, וואס די שמוץ איז טייל פון רוסלאנד'ס הילף פאר זיין פאטער'ס קאמפיין. צווישן די זאכן וואס מען זעט אינעם טראנסקריפט, איז דער פאקט אז טראמפ דזשוניער האט בכלל נישט געשפירט "אלארמירט" איבער'ן פאקט אז רוסלאנד וויל העלפן זיין פאטער'ס קאמפיין, געבנדיג אן אויסרייד אז "אפשר בין איך בכלל נישט געווען גענוג קאנצענטרירט". אויסער דעם זעט מען אז אויף 54 פראגעס פונעם סענאט קאמיטע, האט דזשוניער געענטפערט אז ער ווייסט נישט אדער געדענקט נישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל