פענסילוועניע – דינסטאג זענען פארגעקומען פריימעריס אין פענסילוועניע, נעבראסקע, ארעגאן און איידעהא אין בעפארברייטונג צו די מידטוירם וואלן. א הויכפונקט פון די פריימעריס, איז געווען דער פאקט אז צוויי קאנדידאטן וועמען טראמפ האט אינדארסירט, האבן געוואונען זייערע פריימעריס. אין פענסילוועניע האט געוואונען ליו בארלעטא (Lou Barletta), וועמען טראמפ האט געשטיצט קעגן זיין רעפובליקאנער קעגנער דזשים קריסטיאנא, און בארלעטא וועט אצינד זיין דער רעפובליקאנער קעגנער פונעם אמטירנדן דעמאקראטישן סענאטאר באב קעיסי, וועלכער לויפט פאר א דריטן טערמין. אין נעבראסקע איז פארגעקומען א רעפובליקאנער סענאט פריימערי, וואו אמטירנדע רעפובליקאנער סענאטארשע דעב פישער איז אויסגעשטאנען קעגנער פון איר אייגענע פארטיי, און פישער האט באזיגט אירע פיר קעגנער, מיט דער הילף פון שטארקע שטיצע וואס זי האט באקומען פון טראמפ.
הוסף רשומת תגובה