א פארצויגענע משכון סיטואציע אין ניו העיווען, קאנעטיקוט, האט זיך  טראגיש געענדיגט, ווען 9 פאליציי אפיצירן האבן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג נאכ׳ן  געשעדיגט ווערן פון א מאסיווע אויפרייס, וואס האט פאסירט נאכדעם וואס פאליציי האט פרובירט דורכאויס לענגערע שטונדן צו איבערצייגן א פארשוין אינעווייניג פון די געביידע זיך צו אונטערגעבן.

די דראמא האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס פאליציי האט באקומען א רוף פון א פרוי, אז זי האט זיך ארויסבאקומען פון איר היים נאכ׳ן ווערן פארהאלטן עטליכע טעג אין געפענגעניש דורך איר מאן, וועמען זי האט באצייכנט אלס 'געפארפול'. פאליציי איז געקומען אויפ׳ן ארט און פרובירט  פארהאנדלן מיט׳ן פארשוין זיך אונטערצוגעבן.

עס איז דערווייל אומקלאר גענוי וואס האט זיך דארט אפגעשפילט, אבער אין לויף פון די קאנפראנטאציע האט די סטארעדזש געביידע אויפגעריסן מיט א מאכטפולע אויפרייס וואס איז געזען געווארן אין די גאנצע אומגעגנט, פון וועלכן 9 אפיצירן זענען געשעדיגט געווארן, און דער פארשוין אינעווייניג איז באלד אומגעקומען.

פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער וואס האט פאסירט, און איינע פון די מעגליכקייטן איז אז א ווארנונג שאס פון די פאליציי האט באטראפן קאנעס פון כעמיקאלן וועלכע זענען געווען אינעם סטארעדזש און געפירט צום אויפרייס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל