מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער אטוירני דזשענעראל אין ניו יארק געעפנט אן אויספארשונג אויף מייקל כהן, דער פערזענליכער אדוואקאט פאר פרעזידענט טראמפ, וועלכער ווערט צווישן אנדערע באשולדיגט אין צאלן געלט פאר פערזענליכקייטן וועלכע האבן געהאט אומאנגענעמע אינפארמאציע איבער פרעזידעט טראמפ, אין אויסטויש פאר׳ן אונטערשרייבן א אפמאך אז זיי וועלן נישט רעדן דערוועגן.

די באצאלונגען קענען זיין א פארלעצונג פון די קאמפיין פינאנצירונג געזעצן, וויבאלד די געלט איז א אומדירעקטע ביישטייערונג פאר די קאמפיין און איז נישט באריכטעט געווארן, אבער פרעזידענט טראמפ האט היינט אויף טוויטער קלארגעשטעלט אז ער האט פערזענליך צוריקגעצאלט דאס געלט פאר כהן, און אזוי ארום ווערט דאס נישט פאררעכנט אלס א קאמפיין פינאנצירונג פארלעצונג.

אין אנהויב, ווען די פרשה איז ארויסגעקומען, האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז דער פרעזידענט האט נישט קיין אנונג איבער וואס עס האנדלט זיך, אבער נעכטן האט דער נייער לעגאלער ראטגעבער צום פרעזידענט, רודי דזשוליאני, געטוישט דעם טאן, און ווי עס שיינט  געראטן דעם פרעזידענט צו שרייבן דעם טוויט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל