א ווארטזאגערין פאר'ן פענטאגאן זאגט אז אמעריקע האט אריינגעגעבן א פארמאלן פראטעסט צו דער כינעזער רעגירונג, נאכדעם וואס אין די פארגאנגענע וואכן זענען פארגעקומען עטליכע אינצידענטן אין וועלכע אמעריקאנער מיליטערישע פילאטן זענען געצילט געווארן מיט לעזער שטראלן וועלכע זענען געקומען פון א כינעזער מיליטערישע באזע אין אפריקע.

די רעדע איז פון פילאטן וועלכע זענען סטאנציאנירט אין דער אמעריקאנער לופט באזע אין די אפריקאנער לאנד זשיבוטי, וואו עס זענען סטאנציאנירט 4000 אמעריקאנער זעלנער, וועלכע פירן דורך פון דארט אפעראציעס אין די דערנעבנדע סאמאליע און תימן אלס טייל פון די קאמפ קעגן טעראר.

לעצטנס האבן די כינעזער אויך געעפנט א מיליטערישע באזע אינעם זעלבן לאנד, און לויט די פענטאגאן זוכן זיי צו סאבאטאזשירן אמעריקאנער אפעראציעס דורך צילן שטארקע לעזער שטראלן צו די אמעריקאנער פילאטן, פון וועלכע צוויי פילאטן האבן געליטן שאדן צו די אויגן, און די פליגער זענען געווען אין געפאר פון אראפקראכן צוליב די בלינדקייט וואס דאס שאפט פאר די פילאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל