א רוסישער סוכוי-30 קאמפס פליגער האט אראפגעקראכט אינעם ים נעבן סיריע אומברענגענדיג די צוויי פילאטן.

ווי דאס רוסישע מיליטער זאגט, איז דער קראך געווען אן עקסידענט פאסירט צוליב א פייגל וועלכע האט זיך אריינגעכאפט אינעם מאטאר און איז נישט אראפגעשאסן געווארן.

דאס רוסישע מיליטער פרובירט צו אראפשפילן די פארלוסט פון לעבנס צווישן רוסישע מיליטערלייט אין סיריע, וויבאלד דאס רופט ארויס אויפברויז אין רוסלאנד צווישן פילע בירגער וועלכע זענען נישט צופרידן פון די רוסישע אקטיוויטעטן אין סיריע.

אין מערץ האט נאך א רוסישער מיליטערישער פליגער אראפגעקראכט מיט 39 פאטאליטעטן, און אויך דאן האט אויך דאס מיליטער געזאגט אז עס האט פאסירט צוליב א טעכנישע פעלער.

עספערטן זאגן אז עס איז מעגליך אז די פייגל געשיכטע איז נאך א פרואוו צו פארהוילן דעם אמת צו פארמיידן קריטיק אינדערהיים קעגן די אפעראציעס אין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל