דער יו.ען. סעקרעטערי זשענעראל, אנטאניא גוטערעס, האט נעכטן עפנטליך אפעלירט צו פרעזידענט טראמפ צו פארבלייבן אינעם נוקעלעארן אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן איראן און פינף גרויסמאכטן, אריינגערעכנט אמעריקע, זאגנדיג אז זיך ארויסציען פונעם אפמאך ברענגט א ״עכטע געפאר פון קריג״.
״דער אפמאך איז געווען א דיפלאמאטישער נצחון פאר דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע, און מען טאר דאס נישט אנולירן אויב האט מען נישט קיין בעסערע אלטערנאטיוו,״ האט גוטערעס אין אן אינטערוויו פאר די בי.בי.סי. נייעס אגענטור געזאגט.
דער איראנער אויסערן מיניסטער, מוכאמאד זאריף, האט נעכטן אין אן עפנטליכע סטעיטמענט קאטעגאריש אפגעווארפן סיי וועלכע טויש צום אפמאך, און געזאגט אז איראן וועט נישט צוריק עפענען דעם אפמאך פאר פארהאנדלונגען, און אז אויב וועט קומען אזא פארלאנגט וועט זיך איראן ארויסציען פונעם אפמאך.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה