די ניו יארק סטעיט ״ליקער אויטאריטעט״ האט געכאפט איבער 50 געשעפטן וועלכע האבן פארלעצט די שטרענגע סטעיט געזעצן קעגן פארקויפן אלקאהאל פאר יוגנטליכע אונטער 21 יאר אלט, ביים דורכפירן א ברייטע אפעראציע אין וועלכע זיי האבן אונטערגעשטעלט יוגנטליכע צו פרובירן קויפן אלקאהאל אין 756 געשעפטן איבער ניו יארק.

גאווערנער קאומא האט אויסגעלויבט די אפעראציע, זאנדיג אז די אגעטור וועט נעמען ווייטערדיגע שריט צו פארמיידן דאס פארקויפן אלקאהאל צו יוגנטליכע. ״ערלויבן אלקאהאל פאר יוגנטליכע איז גאר געפארפול און קען זיך ענדיגן פאטאל״, האט דער גאווערנער געזאגט, און פארשפראכן ווייטערדיגע שריט צו אינפארסירן דאס געזעץ.

די געשעפטן וועלכע ווערן געכאפט דאס ערשטע מאל מיט אזא פארלעצונג, קענען ווערן באשטראפט מיט א טיקעט ביז 10,000 דאלאר און ביים צווייטן פארלעצונג קענען זיי פארלירן די לייסענס צו פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל