אין ליכט פון די לעצטע געשעענישן אין מדינת ישראל, האט גאווערנער קאומא געזאגט אז ער גרייט זיך צו אפרייזן קיין מדינת ישראל און אויסדריקן ״סאלידאריטעט און שטיצע״ אין נאמען פון די ניו יארקער איינוואוינער.

ער האט געמאלדן דעם באזוך א טאג נאכדעם וואס מדינת ישראל האט פארניכטעט רוב פון די איראנער מיליטערישע איינריכטונגען אין סיריע, וואס איז געקומען אלס רעאקציע צו א מיסיל אטאקע וואס איראן האט דורכגעפירט אויף מדינת ישראל פון סיריע, אין וועלכער צענדליגער ראקעטן האבן געצילט די גולן בערג אין מדינת ישראל.

קאומא, וועלכע שטייט אויס א ווידערערוויילונג פארמעסט, האט געמאלדן איבער דעם באזוך ביי א ספעציעלע דינער מיט איינפלוסרייכע אידישע פערזענלכקייטן אין ניו יארק, און עס ווערט געזען ווי א פארזוך צו געוואונען פינאנציעלע און פאליטישע שטיצע פון די אידישע געמיינדע אין ניו יארק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל