מאנהעטן – אין ניו יארק סיטי איז אומאפיציעל אפגעצייכנט געווארן דער פינפטער יארטאג, פון ווען עס זענען איינגעשטעלט געווארן די "סיטיבייק" ביציקלעך פראגראם לענגאויס עטליכע באראס. לויט די אפיציעלע ציפערן, פארמאגט דער סיטיבייק פראגראם היינט צוטאגס בערך צוועלעף טויזנט ביציקלעך, און 750 סטאנציעס לענגאויס מאנהעטן, ברוקלין און קווינס. די סיטי זאגט אז יערליך ווערן די ביציקלעך גענוצט זיבעצן מיליאן מאל, אבער עס איז נישט קלאר צי דערווייל האט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס אזוי פראפיטבאר און נוצבאר ווי די סיטי האט געהאפט אין אנהייב.
הוסף רשומת תגובה