יאפאן – צוויי מעלאנעס וועלכע זענען געוואקסן אין א טייערער געגנט אין יאפאן, האט זיך נעכטן פארקויפט פאר א רעקארד-הויכע סומע פון דרייסיג טויזנט דאלאר. די מעלאנעס זענען געוואקסן אין דער שטאט יובארי, אינעם האקיאדא ראיאן, און ווי מ'איז מסביר, זענען נישט אייביג דא צו באקומען מעלאנעס אין יאפאן, איז עס דעריבער אזא נאכגעזוכטע זאך. דער וואס האט עס אפגעקויפט איז אן אייגנטימער פון א פרוכט געשעפט, און ווי ער האט געגעבן צו פארשטיין, האט ער געוואלט ציען אויפמערקזאמקייט צו זיין געשעפט, און אויך אז קאסטומערס זאלן קומען קוקן אויף די דרייסיג טויזנט דאלארדיגע מעלאנעס, האט ער דעריבער געמאכט דעם טייערן אפקויף.
הוסף רשומת תגובה