קאליפארניע – א גרויסע און רייכע היים אין דרום קאליפארניע, וועלכע האט באלאנגט פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט ריטשארד ניקסאן, איז ארויסגעשטעלט געווארן אויפן מארקעט פאר'ן פרייז פון 64 מיליאן דאלאר. די היים זיצט אויף א פראפערטי פון 5.5 אקער-לאנד, און ווערט באצייכנט דורך ריעל עסטעיט סוחרים אלס די שענסטע און טייערסטע פראפערטי פון גאנץ דרום קאליפארניע. עס איז שוין געווען אויפ'ן מארקעט מיט 3 יאר צוריק, פאר 75 מיליאן דאלאר, און וויבאלד קיינער האט עס נישט אפגעקויפט ביז יעצט, איז דער פרייז געפאלן צו 64 מיליאן דאלאר. די היים ווערט באצייכנט אלס ניקסאן'ס "מערב ווייסע הויז", וויבאלד ער פלעגט אלס פרעזידענט אפט אהינפארן, זיך אפרוען און דארטן אויפנעמען געסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל