אריזאנע – אן עלעקטעראנישע טראפיק-שילד אין אריזאנע, איז געהעקט געווארן דורך אומאידענטיפיצירטע פארשוינען, און אנשטאט טראפיק אנווייזונגען, איז געשטאנען דערויף די ווערטער "הייל היטלער". די העקעריי איז באמערקט געווארן אויפ'ן טראפיק-שילד נעבן דער שטאט פיניקס פארלאפענעם פרייטאג פארטאגס, און א דורכפארער האט באלד טעלעפאנירט די לאקאלע פאליציי און טראפיק באאמטע. עס האט געדויערט לאנגע שעות צו קענען צוריקטוישן די ווערטער, ווייל דער שילד ווערט קאנטראלירט דורך א פריוואטע פירמע וואס איז געווען אפגעשפארט אינמיטן דער נאכט. דערווייל האבן עס פאליציי אפיצירן באדעקט מיט א גרויסן ליילעך, ביז ס'איז צוריקגעטוישט געווארן, אבער די פאליציי זאגן אז זיי וועלן עס נישט אויספארשן אלס א האס פארברעכן, ווייל קיינער איז נישט געצילט געווארן פערזענליך דורך דעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל