אוקריינע – מתפללים וועלכע זענען געקומען פארגאנגענעם פרייטאג צום קבר פון הייליגן מהרש"א אין אוסטראה, אוקראינע, זענען שאקירט געווארן צו טרעפן אז דער ציון איז געווארן געשענדעט און שטארק וואנדאליזירט. דער הייליגער אוהל איז שטארק געשעדיגט געווארן, ווען ספרי קודש, אריינגערעכנט תהלימ'לעך און סידורים, זענען געווארפן געווארן אויף דער ערד און צעריסן געווארן, און אויסער דעם זענען די פענסטערס און די טירן געווען אויסגעשאסן און צעבויגן. אין רעאקציע צו דעם וואנדאליזם, האט די ארגאניזאציע "אהלי צדיקים", אונטער דער אנפירערשאפט פון הרב ישראל מאיר גבאי שליט"א, וועלכער האט געבויעט דעם עקזיסטירנדן אוהל, אלארמירט די לאקאלע אויטאריטעטן און זיך געבעטן צו ברענגען די שולדיגע וואנדאלן צו יוסטיץ, זיכער צו מאכן אז אזעלכע זאכן שפילן זיך נישט איבער אינעם צוקונפט.

בילד


בילד

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל