ניו יארק – די ניו יארק סיטי פארקס דעפארטמענט האט געמאלדן, אז זיי וועלן אונטערנעמען א מאסיוון פראיעקט צו רענאווירן און אויפפרישן דעם אלטן "פראספעקט פארק" אין ברוקלין. שטאטישע באאמטע האבן זיך פארזאמלט פאריגן דאנערשטאג ביים פארק, פארמאל אנצוהייבן דעם פראיעקט, און די רענאוואציעס וועט ארייננעמען נייע פלאנצונגען, דעקאראטיווע צוימען און שיינע עלעקטערס לענגאויס דעם צפון-מזרח עק פונעם פארק, און אויסער דעם וועלן אוועקגעשטעלט ווערן צוויי נייע אריינגענג צום פארק, וואס דער טייל וועט זיין פארטיג ערשט אין פרילינג יאר 2020.

די "פארקס וויטאוט בארדערס" אונטערנעמונג וועט דעקן דעם גאנצן פראיעקט, וואס וועט קאסטן בערך פינף און א האלב מיליאן דאלאר, און באאמטע פארשפרעכן אז דער פראיעקט וועט "צוריקשטעלן פראספעקט פארק צו איר אמאליגן גלאנץ".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל