קאליפארניע – עמעזאן האט געמאלדן אז זי העכערט די יערליכע פרייז פאר "עמעזאן פריים" מעמבערשיפ מיט צוואנציג פראצענט. אונטער דער נייער פרייז, וועלן "עמעזאן פריים" מעמבערס אין אמעריקע צאלן 119 דאלאר א יאר, אנשטאט די ביז יעצטיגע 99 דאלער א יאר. דאס קומט אין דער זעלבער צייט וואס עמעזאן האט געמאלדן אז זי האט שוין הונדערט מיליאן עמעזאן פריים מעמבערס איבער דער וועלט, און עקספערטן זאגן אז עמעזאן דערווארט אריינצובאקומען מינימום פרישע איין ביליאן דאלאר יערליך פון דער פרייז העכערונג, וואס דאס וועט איר שטארק ארויסהעלפן זיך צו קענען באשיצן פינאנציעל, פון סיי וועלכע ערנסטע העכערונג וואס די פעדעראלע פאסט אפיס פלאנירט אין די קומענדיגע מאנאטן, נאכ'ן קומען אונטער דרוק פון פרעזידענט טראמפ פאר'ן פארלירן ביליאנען יערליך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל