וואשינגטאן – מיר האבן נעכטן באריכטעט איבער א שטורעם וואס קאכט זיך ארום ראני דזשאנסאן, דער ווייסער הויז דאקטאר, וועמען טראמפ האט נאמינירט צו דינען אלס נייער סעקרעטאר פון דער פעדעראלער וועטעראנען אנגעלעגנהייטן אגענטור. נעכטן איז די סיטואציע נאר ערגער געווארן, ווען דעמאקראטישע סענאטארן האבן געזאגט אז זיי האבן א רעגירונג באריכט אז אמאל איז דזשאנסאן געווען אזוי אנגעטרונקען שיכור, אז ער האט צעקראכט און געשעדיגט א רעגירונג אויטא. ווי דער וואשינגטאן פאוסט באריכטעט מיטוואך נאכט, קלערט דזשאנסאן זייער ערנסט פון אפטרעטן פון דער נאמינאציע.

אפדעיט:
ראני דזשאנסאן האט צוריקגעצויגן זיין קאנדידאטור צו פירן די ווי.עי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל