וואשינגטאן – נעכטן האט דער סופרים קאורט אנגעהויבן אויסהערן די קעיס ארום פרעזידענט טראמפ'ס "טראוועל פארבאט", און ווי עס זעט אויס, האט טראמפ זייער גוטע שאנסן צו געווינען דעם קעיס. עטליכע ריכטער האבן געפרעגט פראגעס צי דער טראוועל פארבאט ווערט יושר'דיג אינפארסירט, אבער זיי האבן זיך נישט צופיל געמאכט צעטאן פונעם פאקט אז טראמפ האט גערעדט אנטי-מוסולמענישע רעטאריק ביים קאמפיין, וואס באדייט אז זיי וועלן דאס נישט נעמען אין באטראכט ביים ארויסגעבן אן אורטייל. אויך האבן די ריכטער אויסגעדרוקט זארג, אז זיי ווילן נישט צוריקדרייען א פארבאט וואס דער פרעזידענט האט ארויסגעגעבן, באזירט אויף זארגן פאר נאציאנאלע זיכערהייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל