וואשינגטאן – דער פעדעראלער האוזינג סעקרעטאר, בען קארסאן, האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג צו רעפארמירן דעם סיסטעם פון פובליק האוזינג הילף וואס די רעגירונג שטעלט צו. דער הויכפונקט פון קארסאן'ס פלאן, איז אז מען וועט העכערן די סומע געלט וואס ארימע פאמיליעס זענען דערווארט צו צאלן פאר רענט, און אויך וועט מען מאכן גרינגער פאר לענדלארדס צו פארלאנגען, אז די טענענטס מוזן האבן א געהעריגן דזשאב אויב ווילן זיי באקומען פינאנציעלע הילף פון דער פעדעראלער רעגירונג צו צאלן רענט. די סאמע ארימסטע פאמיליעס, וועלכע וואוינען אין פובליק רענט האוזינג, צאלן פופציג דאלער א מאנאט, און קארסאן'ס פלאן וועט דאס העכערן צו א מינימום פון 150 דאלער א מאנאט – וואס זיין פלאן האט ארויסגערופן אויפברויז און קריטיק ביי פארשידענע אקטיוויסטן גרופעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל