וואשינגטאן – נעכטן מיטוואך, אינעם לעצטן טאג פון זיין באזוך אין אמעריקע, האט דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון געגעבן א רעדע פארנט פון א "דזשוינט סעשאנס אוו קאנגרעס", וואס באדייט קאנגרעס און סענאט אינאיינעם, א שטייגער ווי א פרעזידענטליכע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע. מאקרון האט אדרעסירט פארשידענע אישוס ביי זיין רעדע פאר קאנגרעס, זאגנדיג גאר שארף אז ער אקצעפטירט נישט די נייע ווינטן פון נאציאנאליזם און איזאלירונג, אז יעדע לאנד איז פאר זיך און מען דארף זיך נישט קימערן וואס אנדערע לענדער זאגן אדער טראכטן. אנאליסטן האבן געזאגט אז מאקרון'ס ווערטער זענען געווען געצילט אלס א דירעקטע אטאקע אויף טראמפ'ס אידעאלאגיע פון "אמעריקע ערשט", אבער פארט האט גאנץ קאנגרעס אפלאדירט מאקרון פאר די ווערטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל