מיזורי – א פארשוין האט זיך נעכטן דערקלערט שולדיג איבער'ן אראפווארפן בערך 120 מציבות אין א אידישן בית החיים אין סענט לואיס, מיזורי מיט בערך א יאר צוריק, און דער פארשוין איז באלד אנגעקלאגט געווארן מיט וואנדאליזם קלאגעס. דער וואנדאליזם האט פאסירט אויפ'ן "חסד של אמת" בית החיים אין סענט לואיס, שאפנדיג מער ווי דרייסיג טויזנט דאלאר אין שאדנס. די פאליציי האט ביז יעצט געפארשט, און דורך די-ען-עי פון א מאנטל אינעם בית החיים דערגאנגען די אידענטיטעט פון אלזעדא העריס, וועלכער איז ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן. די פראקורארן זאגן אז זיי גלייבן נישט אז די וואנדאליזם איז געווען מאטיווירט דורך אנטיסעמיטיזם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל