וואשינגטאן – ווידעראמאל א פאליטישער שטורעם ארום עמיצן וועמען טראמפ האט נאמינירט פאר א הויכער פאזיציע אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג. פרעזידענט טראמפ האט מיט עטליכע וואכן צוריק נאמינירט דעם ווייסן הויז דאקטער ראני דזשאנסאן, צו דינען אלס נייער פארזיצער פון דער פעדעראלער וועטעראנען–אנגעלעגנהייטן אגענטור, און באלד זענען אפירגעקומען פראגעס איבער דזשאנסאן'ס פעאיגקייטן אנצופירן אזא מאסיווע אגענטור. אצינד זענען אפירגעקומען באשולדיגונגען, אז דזשאנסאן פירט זיך אויף אומעטיש ביי דער ארבעט, אריינגערעכנט דאס וואס ער טרינקט אלקאהאל אינמיטן ארבעט, און ער פארטיילט דראגס פאר ארבעטער. אלס רעזולטאט פון דעם האט דער סענאט אפגעשטופט די געסקעדזשועלטע פארהערן אויף דזשאנסאן, און טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער וועט פארשטיין אויב דזשאנסאן ציט זיך צוריק פון דער נאמינאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל