איבער דריי הונדערט פובליק פערזענליכקייטן אין פראנקרייך האבן אונטערגעשריבן א בריוו אין וועלכן זיי פארדאמען די נייע כוואליע פון אנטיסעמיטיזם אין לאנד, באזונדער דער אנטיסעמיטיזם וואס קומט פון די ראדיקאלע לינקע און די ראדיקאלע איסלאמיסטן. אינעם בריוו ברענגען ארויס די אונטערגעשריבענע, צווישן אנדערע דער געוועזענער פרעזידענט ניקאלעס סארקאזי, אז אנגעהויבן פון 2006 ביז יעצט, זענען עלף אידן אין פראנקרייך ברוטאל דערמארדעט געווארן דורך איסלאמישע טעראריסטן, פאר'ן בלויזן חטא וואס זיי זענען אידן. דער ציפער נעמט אריין די איסלאמישע אטאקע אויפן אוצר התורה סקול, און די לעצטיגע מארדן פון פרוי שרה חאלימי, פרוי מירל קנאל און דזשערעמי דאהאן הי"ד.

אפדעיט:
דאס צוזאמשטעלן אנטיסעמיטיזם מיט מוסלעמענער, האט געברענגט ווילדע פראטעסטן איבערן לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל