וואשינגטאן – דער נייער בוך פונעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, שטעלט זיך ארויס צו זיין פון די פאפולערסטע פאליטישע ביכער אין די לעצטערע יארן. קאומי'ס בוך, "א העכערע לאיאליטעט", איז אפיציעל ארויסגעשטעלט געווארן אויף די פאליצעס פאריגע וואך מאנטאג, און אינעם בוך שילדערט ער זיינע יארן אין דער פעדעראלער רעגירונג, אונטער די פרעזידענטן בוש, אבאמא און טראמפ – און ווי דער ניו יארק טיימס האט באריכטעט נעכטן, האט זיך שוין בלויז אין דער ערשטער וואך פארקויפט איבער זעקס הונדערט טויזנט שטיק דערפון.

צו פארשטיין ווי סאך דאס איז, דארף מען קוקן אויף דעם פאקט אז פרוי קלינטאן'ס בוך, נאכ'ן פארלירן די וואלן, האט פארקויפט דריי הונדערט טויזנט אין דער ערשטער וואך, און דער קאנטראווערסיאלער "פייער און גרימצארן" בוך פון מייקל וואולף, וואו ער האט אויפגעדעקט זאכן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע הונטער די קויליסן, האט פארקויפט בערך צוויי הונדערט טויזנט אין דער ערשטער וואך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל