וועסט ווירדזשיניע – די נעשאנעל גארדס זענען אריינגערופן געווארן דורך די וועסט ווירדזשיניע סטעיט אויטאריטעטן, צו העלפן האלטן א נאענטע אויג אויף מעגליכע רוסישע העקערייען און אנדערע שריט פון אויסלענדישע פיינטליכע רעגירונגען, ביי די קאנגרעסיאנאלע פריימעריס וואס וועלן אפגעהאלטן ווערן אין דער סטעיט אין עטליכע וואכן ארום. לויט א באריכט אין "בלומבערג", העלפן שוין די נעשאנעל גארדס ארויס מיט וואל-פארבינדעטע אישוס אין עטליכע סטעיטס, אריינגערעכנט קאלאראדא, אהייא, ארעגאן, ראוד איילאנד און נאך. אלעס אינאיינעם פלאנירן די נעשאנעל גארדס צו זיין אקטיוו מיט וואל-פארבינדעטע אקטיוויטעטן אין 37 סטעיטס אויף יאר 2019.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל