וואשינגטאן – דער סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט נעכטן געאורטיילט, אז אויסלענדישע קארפארעישאנס קענען נישט געקלאגט ווערן אין אמעריקאנער געריכטן, פאר "מענטשן רעכט" פארלעצונגען וואס זענען דורכגעפירט געווארן אין אנדערע לענדער. דער אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן אויף א לאו-סוט וואס א גרופע אמעריקאנער בירגער, געליטענע פון פארשידענע איסלאמישע טעראר אטאקעס אין מדינת ישראל, האבן געוואלט אז דער געריכט זאל אויסהערן, און אורטיילן צי דער "אראב באנק" אין ירדן קען געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר'ן פינאנצירן די אטאקעס. דער סופרים קאורט האט געזאגט אז אן אמעריקאנער געריכט האט בכלל נישט וואס צו אורטיילן אויף אזעלכע זאכן, דערלאנגענדיג א דורכפאל פאר אלע צוקונפטיגע פאלעסטינער-פארבינדעטע טעראר קלאגעס אין אמעריקאנער געריכטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל