קאליפארניע – אנגעהויבן פון נעכטן, האבן פילע טויזנטער אמעריקאנער בירגער באקומען די מעגליכקייט, צו באקומען זייערע עמעזאן באשטעלטע פעקלעך אינעם טראנק פון זייער קאר. עמעזאן האט פאריגע וואך דאנערשטאג געמאלדן, אז זי וועט לאזן אין גאנג א נייעם סערוויס, וועלכע וועט ערלויבן דעליווערי ארבעטער אליין אויפצושפארן די טראנקס פון קאסטומערס' קארס, און אריינשטעלן דארטן די פעקלעך, וואס דאס איז א געוואונטשענע זאך, סיי צוליב זארג אז מענטשן רויבן פעקלעך וואס ליגן ביי די טירן פון הייזער, און סיי אויב מ'וויל האבן דעם פעקל וואס שנעלער. די נייע סערוויס וועט נאר ארבעטן אויף נייערע ווערסיעס פון "דזשענעראל מאטארס" און "וואלווא" קארס, אין 37 סיטיס איבער'ן לאנד, ווייל די קארס האבן די טעכנאלאגיע וואס פעלט זיך אויס דערפאר.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל