אלבאני – נעכטן האט זיך ארויסגעשטעלט, אז די רעפובליקאנער וועלן אנהאלטן קאנטראל פונעם ניו יארק סטעיט סענאט, אמווייניגסטנס ביז צו דער ענדע פון דער היי–יעריגער לעגיסלאטיווע סעסיע, אפגעזען ווער עס איז למעשה ארויסגעקומען דער געווינער פון די נעכטיגע וואלן, וויבאלד ר' שמחה פעלדער האט געזאגט אז ער בלייבט דערווייל שטימען מיט די רעפובליקאנער. ווי עס האט געהאלטן בעפאר די וואלן, זענען געווען 31 רעפובליקאנער סטעיט סענאטארן און 30 דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן, און 2 זיצן זענען ליידיג. די צוויי ליידיגע זיצן זענען נעכטן געווען אויפ'ן שטים צעטל ביי ספעציעלע וואלן אין בראנקס און אין וועסטשעסטער. אין בראנקס איז געווען ערווארטעט אז דער דעמאקראט לואיס סעפולוועדא זאל גרינג געווינען, אבער אין וועסטשעסטער איז נישט קלאר, ווייל שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכמיטאג, האט מען געהערט אז דער פארמעסט איז גאר שמאל צווישן דעם דעמאקראט שעלי מעיער און רעפובליקאנער דזשוליא קיליען. עס איז אבער קלאר אז אפגעזען ווער עס געווינט, וועלן די רעפובליקאנער זיין אין קאנטראל. אויב קיליען געווינט, וועלן די רעפובליקאנער אינאיינעם מיט פעלדער האבן 33 שטימען, און אפילו אויב מעיער געווינט, וועט עס ווייטער זיין 32 רעפובליקאנער אינאיינעם מיט פעלדער, און בלויז 31 דעמאקראטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל