ניו יארק – אן אינטערעסאנטער אנאליז אינעם "ניו יארק פאוסט" באטראכט די פארשידענע "אמענעטיס", דאס הייסט זייטיגע באקוועמליכקייטן און סערוויסעס, וואס גרויסע אפיס געביידעס אין ניו יארק סיטי שטעלן צו פאר זייערע טענענטס, און עס קומט ממש פאר א פארמעסט צווישן די געביידעס, איבער ווער עס קען צושטעלן בעסערע אמענעטיס, צוצוציען מער טענענטס. צווישן די געביידעס וואס דער פאוסט האט אנאליזירט, איז 399 פארק עוועניו, וועלכע האט אוועקגעשטעלט ממש א פארק מיט גרינע ביימער, בענק און לעמפ אויפ'ן דאך, צו געבן פאר די אפיס טענענטס א געלעגנהייט זיך אויסצולופטערן אינמיטן דער ארבעט. נאך א געביידע איז 575 לעקסינגטאן, וועלכע האט אינסטאלירט א "געים צימער" פאר אומזיסט, און די "עמפייער סטעיט" געביידע, וועלכע האלט אינמיטן אינסטאלירן א גרויסער איבונגען צענטער פאר אירע אפיס טענענטס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל