לאנדאן – מיט פרייד האבן לאנדאנער אידן אויפגענומען פרייטאג די נייעס, אז דאס הויכע געריכט האט ארויסגעגעבן זייער אורטייל, דערקלערנדיג אז די רשעות'דיגע קאראנער האט טאקע געטאן א שטארקן אומרעכט, מיט'ן איינגעשטעלט א "קעב רענק" סיסטעם, וועלכע רעכנט זיך נישט מיט די סענסיטיוויטעט פון רעליגיעזע נפטרים, נאר באהאנדלט אלע מתים לויט ווער ס'איז געקומען פריער. דאס געריכט האט געזאגט אז די קאראנער מערי האסעל באגייט רעליגיעזע דיסקרימינאציע, און זי מוז זאפארט אפשטעלן אירע שריט. אין רעאקציע צום אורטייל, האט מען געהערט פילע פאזיטיווע סטעיטמענטס, אריינגערעכנט פונעם בארימטן עסקן הרב אשר גראד הי"ו, וועלכער האט געזאגט אז דאס איז שוין דאס צווייטע מאל וואס דער הויכער געריכט אורטיילט קעגן די קאראנער, נאך אן אורטייל קעגן איר איבער ניתוחי מתים אין תשע"ה, און דעריבער איז שוין די העכסטע צייט אז זי זאל ערלויבן א צווייטן איבערצונעמען די פאזיציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל