קראונהייטס – ניו יארק סיטי פאליציי האבן באוויזן צו ארעסטירן דעם פארשוין, וועלכער האט דורכגעפירט די ברוטאלע און ווילדע אטאקע אויף ר' מנחם מאשקאוויטש אין קראונהייטס פאריגע וואך שבת נאכמיטאג. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער פערציג יעריגער דזשעימס ווינסענט, און די פאליציי זאגן אז ער האט א היסטאריע פון פארברעכנס, ער איז שוין פערציג מאל אנגעקלאגט געווארן, און אויסער דעם זענען דא זיבן אנגייענדיגע קרימינאלע אויספארשונגען און קעיסעס קעגן אים. די פאליציי האט אים ארעסטירט ביים ברוקלין קרימינאלע געריכט, וואו ער איז געקומען פרייטאג אויפצוטרעטן פאר אן אנדערע קלאגע, און פון דארט איז ער געפירט געווארן צום 71'סטן פאליציי פריסינקט, וואו ער איז אויסגעפארשט געווארן, און ער האט זיך מודה געווען אז ער האט טאקע אטאקירט ר' מנחם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל