וואשינגטאן – די רעפובליקאנער-קאנטראלירטע קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע האט פרייטאג פובליצירט איר ענדגילטיגן באריכט נאך לאנגע מאנאטן פון אויספארשן די אישו פון רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן אין יאר 16', און דער באריכט קומט קלאר צום אויספיר אז די באשולדיגונגען פון "קאלוזשען", אז דער טראמפ קאמפיין האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד, איז לעכערליך און עס זענען נישטא קיין באווייזן דערויף. אינעם באריכט טוט די קאנגרעסיאנאלע קאמיטע באשולדיגן די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן, אז זיי האבן נישט געהעריג גוט אנאליזירט רוסלאנד'ס שריט אין לויף פון די וואלן, זאגנדיג אז די שפיאנאזש אגענטורן זאגן אז רוסלאנד האט געוואלט העלפן טראמפ, ווען אין רעאליטעט האבן זיי נישט געוואלט העלפן טראמפ ספעציפיש, נאר האבן געוואלט אנדרייען כאאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל